איבער אונז

ווער מיר זענען

ועד הכנסת אורחים שע"י ציון הישמח משה איז געווארן געגרינדעט אין יאר תשע"ג דורך א קבוצה חסידי סאטמאר אייניקלעך פונעם איהעלער רב הרה"ק בעל ישמח משה זצ"ל און און דער שפעטערדיגער איהעלער רב בעל בנין דוד זצ"ל.

וואס מיר טוען

ועד הכנסת אורחים איז א נישט-פאר-פראפיט ארגאניזאציע געגרינדעט מיטן בלויזן ציל צו ארויסהעלפן די חשובע נוסעים למקומות הקדושים צו קענען מתפלל זיין מיט ישוב הדעת, האבנדיג אויפן ארט סמוך ונראה צום ציון הקדוש צוגעשטעלט אשל מלא, אריינגערעכנט צימערן מיט בעטן צו שלאפן, א הערליכע ביהמ"ד מיט ספרים (סידורים, חומשים, תהלים, ספרי חסידות, ובפרט ספרי הישמח משה ויוצ"ח עצי התמרים זי"ע, ש"ס, שו"ע), א מקוה מהודרת מיט שויערס, ביהכ"ס, א קאך (קאווע, טיי, מילך, צוקער, קאלטע וואסער, מייקראוועיוו), פלאץ זיך אראפצוזעצן צו א סעודה ועוד.

קויפט זכותים

צו קענען טיילווייז דעקן די הוצאות, אז מיר זאלן קענען אויפהאלטן דאס פלאץ, רעכענען מיר בלויז א מינימאלע אפצאל פאר א בעט. ווי עס פארשטייט זיך דעקט דאס נישט די גאנצע פון די געוואלדיגע הוצאות וואס בלייבט אויפן וועד. מיר גיבן אייך דא דעם געלעגנהייט צו קויפן זכותים אין די טאג טעגליכע אפעראציעס. זייט מנדב לע"נ אייערע נאנטע אינעם טאג פון א יארצייט, אין טאג פון א שמחה אין די משפחה בשעה טובה, ווען איר נויטיגט זיך אין א ישועה און סיי ווען.

קויפט אייביגע זכותים

אזוי אויך גיבן מיר אייך דא דעם געוואלדיגן געלעגנהייט צו פאראייביגן אייער נאמען אדער דעם נאמען פון קרובים וידידים לזכות ולע"נ אויף דעם מקום קדוש דורך קויפן אייביגע זכותים אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים, וואו די נעמען וועלן ארויפגעשטעלט ווערן אויף טאוולען למזכרת לעד ולנצח.